Оскільки я зіткнулася з обмеженням на об’єм постінгу, забираю уривок оригіналу “Вовчих пісень” з попереднього запису і кладу його сюди повністю.
Оригінал (автор – Мойше Кульбак):
וועלפֿישע לידער
1
איך װעל מײַנע װעלפֿישע ווערטער דערציילן
,פֿאַר מײַנע פֿיר איילן, פֿאַר מײַנע פֿיר איילן
,ס’איז ליימיק מײַן אויער, צעפּאַטלט און גרויס
.און ער האָרכט, װאָס דאָס האַרץ װיינט-אַרױס
אָ, גאָט, פֿאַר אַן אומריינעם װעלפֿיש געהויל
.איז ניט פּאַסיק דאָס מענטשישע מויל
,כ’האָב אַ גרינלעכן פֿלאַם, װאָס ס’פֿאַרשװאַרצט אים דער בליק
;און אַ הונגער, װאָס צוקט פֿון געביין
כ’האָב אַ לוגיקן טראָט
.און אַ קנאָכיקן האַרטן געניק
,היי
,כ’וועל דערציילן מײַן פּײַן פֿאַר די וועלף
!גאָט
2
,בלוי צינדט זיך דער שניי אויף דעם פֿאָספֿאָרנעם געגנט.װײ, וויי
.ס’האָט אַ װאָלף מיט דער וועלט זיך געזעגנט
,איך פֿײַף אויף דעם װעלפֿישן שטאַם”
…װײַל אַ װאָלף איז נאָר איינער
,איר, איר, כ’האָב געבראַכט אײַך דעם גיפֿט
— געמיינט, אַז מען שפּײַט, ווען עס האָט נאָר געברענגט
.איר האָט מיך פֿאַרװאָרפֿן מיט שטיינער
ס’איז אַ װאָלף ניט קיין װאָלף, ווען ער טראָגט נאָך
…”!די פֿעל אויף די ביינער
.בלוי צינדט זיך דער שניי אויף דעם פֿאָספֿאָרנעם געגנט
,וויי, װיי
.ס’האָט אַ װאָלף מיט דער וועלט זיך געזעגנט
3
,ציט’ריק באַטאַפּט די לבֿנה די פֿעלדער
עס כװאַליען זיך גרינע די שניייִקע פּליינען
…און ס’שטאַרצן פֿון טיפֿעניש קאַלטע, צעפּאַטלטע וועלדער
,פֿעדערלעך איינציקע ווייען, פֿאַרװײען, פֿאַרװייען
און װײַט, העט װײַט, גלאָצט-אַרױס פֿון די טרוקענע שנייען
אַ קנאָכיקער װאָלף אַ געמיינער
,דורך גרין אױפֿגעשניטענע אויגן
אַ װאָלף זויגט אַרױסעט דאָס בלוט פֿון די אייגענע ביינער
און װאָיעט, און װאָיעט, און װאָיעט
…צום הימל געשריגן
4
היי, היי, שווער צו טראָגן הויך דעם קאָפּ
!דעם באַטשופּרינעטן
…און דאָס גראָבע האַרץ דאָס שרײַיִקע
איך װעל אַװעק צום דאָרף דעם אויסגעמאַנדאָלינעטן
און אויף די פֿעלדער, אין די גערטנער די מײַיִקע
— אַ טאַנץ טאָן הפֿקרדיק, און טרויעריק, און שטומערהייט
אַ שרײַ טאָן, שרײַען מיט אַן אָטעם אַ פֿאַרכלינעטן
:פֿון יעדן קוסט, פֿון הינטער יעדן בייט
היי, היי, שווער צו טראָגן הויך דעם קאָפּ
!דעם באַטשופּרינעטן
,װײַל ס’קלינגען הונגערטעג, ווי קייטן בלײַיִקע
…און ס’זינגען פֿרײלעך קייטן צו איבעראַיאָריקע
היי, היי, אָט דאָס גראָבע האַרץ דאָס שרײַיִקע
.קערט זיך, ווי אַ װאָלפֿיכע, אין אַ ברוסט, אַ האָריקע
איך װעל אַװעקיאָגן אין װאַלד אויף אַלע פֿיר
:אַ טאַנץ טאָן הפֿקרדיק, און טרויעריק, און שטומערהייט
און פֿון דעם קרומען מויל דעם אויסגעמינעטן
:וועט טויב אַרױסשרײַען דער װאַלד פֿון מיר
היי, היי, שווער צו טראָגן הויך דעם קאָפּ
!דעם באַטשופּרינעטן
5
.היי, אַ װאָלף אין דער שטאָלענער עלנטקייט
,ברעכט האַלדז און געביין
היי, אַ װאָלף אין דער שטאָלענער עלנטקייט
.טראָגט די גאַל אין די ציין
,און ער וויינט אויף די וועגן יעסעניקעאָפּגעמאָרעט אין פּײַן,
:און ער וויינט אויף די וועגן יעסעניקע:
!אַלץ אין מײַן! אַלץ אין מײַן —
און ער װאָיעט בײַ נאַכט צו די פֿײַערן
פֿון אַהינטער אַ פּלױט,
:און ער װאָיעט בײַ נאַכט צו די פֿײַערן
!גיט ברויט! גיט ברויט —
היי, אַ װאָלף אין דער שטאָלענער עלנטקייט
,ברעכט האַלדז און געביין
היי, היי, אַ װאָלף אין דער שטאָלענער עלנטקייט
.טראָגט די גאַל אין די ציין
Приєднуйтесь до обговорення
2 коментарі
Читати коментарі